Credits

PERFORMING ARTISTS
Chaim Shlomo Mahis
Chaim Shlomo Mahis
Performer
COMPOSITION & LYRICS
RR
RR
Songwriter

Lyrics

איך בין אין צימער וואו האסט דיין לעבן פארבראכט איך קוק אויף דיין בעט ס'איז געבליבן ליידיג געקומען דיר קישן א גוטע נאכט און ס'באנעמט מיר אינגאנצן ביסט אוועק אויף אייביג געבליבן אליין בין איך אָן דיר מיין קינד מיין הארץ עס ברענט ווען דיין לעכטל איך צינד די נשמה פארפרוירן אבער די אויגן ס'רינט געווען גרייט דיר אלעס אוועק צוגעבן איך בין נאר נישט געווען גרייט דיר אויפצוגעבן איך גיי נישט די באשעפער קשיות פרעגן איך בין זיכער ער האט זיך זיינע וועגן איך גלייב אז ס'איז דא ליכטיגקייט ביים עק דערווייל אבער זעט אויס ס'איז צו ווייט אוועק אבער גאר קען זיין אפשר אז איך בין בלינד אסאך מאל שפּיר איך אז איך וועל שוין קיינמאל נישט געווינען אלס איז אויף מיין קאפּ, מיין פיס ברעכט אינטער אסאך מאל זעט אויס אז די זון וועט מער נישט ארויסקומען און מיין וועלט וועט שוין אייביג זיין ווינטער אסאך מאל אינמיטן נאכט שטיי איך אויף און שריי דיין נאמען צו וואו ביסטו אוועק מיין הארץ טוט בענקן פּלוצלינג נישט געדאכט איך זע א שמייכל אויף דיין פּנים און רואיגקייט טוסטו מיר שענקן דיין זיסע שמייכל וועל איך אלץ געדענקן די שטורעם צופרי געט מיר א דערוועק איך קוק ווי די פענסטער איז פון רעגן פארוואלקענט איך טרעף נישט קיין סיבה ארויסצוגיין פון בעט צו לעבן ווייטער און געהעריג אויף ווען איך קוק ארויף אויף דיין בילד אויפ'ן וואנט כ'שפּיר ווי דו כאפּסט מיר אָן ביים האנט דערמאנסט מיר די ווערטער וואס איך פלעג דיר אלץ זאגן ווי מער טינקעלער די וועלט איז אלס ליכטיגער שיינען די שטערן אז מען וויל א שיינע הויעכע בוים מען מיז אנזייען אראפּ אין ערד מיט טרערן א זוניגע טאג וואלט נישט שיין געווען פארוואלקענטע טעג וואלט מען נישט געזען האב נישט מורא פון שאטן ס'איז א סימן נישט ווייט טוט טאגן יא די ווערטער פלעג איך דיר זאגן ווען אין שפּיטאל פלעגסטו דיך פּלאגן ס'האט דיך כח געגעבן אויף ווייטער צו לעבן און זיך שלאגן אסאך מאל שפּיר איך אז איך וועל שוין קיינמאל נישט געווינען אלס איז אויף מיין קאפּ, מיין פיס ברעכט אינטער אסאך מאל זעט אויס אז די זון וועט מער נישט ארויסקומען און מיין וועלט וועט שוין אייביג זיין ווינטער אסאך מאל אינמיטן נאכט שטיי איך אויף און שריי דיין נאמען צו וואו ביסטו אוועק מיין הארץ טוט בענקן פּלוצלינג נישט געדאכט זע איך א שמייכל אויף דיין פּנים און רואיגקייט טוסטו מיר שענקן דיין זיסע שמייכל וועל איך אלץ געדענקן ...דיין זיסע שמייכל וועל איך אלץ געדענקן
Lyrics powered by www.musixmatch.com
instagramSharePathic_arrow_out