Music Video

Gelt
Watch {trackName} music video by {artistName}

Featured In

Credits

PERFORMING ARTISTS
HASC
HASC
Performer
Lipa Schmeltzer
Lipa Schmeltzer
Performer
COMPOSITION & LYRICS
Lipa Schmeltzer
Lipa Schmeltzer
Songwriter

Lyrics

זאג נאר, קומסט מיר געלט... איך קום דיר געלט? אה, שוין ווייטער געלט, הא? ארים רייך- שטארק און שוואך אלץ ארום די זעלבע זאך ווער עס האט פון דעם גענוג איז יעדער מיט אים נאנט קרובים היינט- מארגן פיינט איבערמארגן פרישע פריינט אויב פארדינט מען לירה, פראנק, שקל, דאללער, פונט מ'אקערט זייעט- מ'בארגט מ'לייעט מ'לייגט אריין מ'קוועטשט און דרייט יעדער האט די זעלבע ציל פארדינען געלט בניקל מ'פליט אין וועג- וואכן טעג- נאך די געלט אזא געיעג נאך א דאלער פראנק און פונטען ס'מעג זיין אויך א שקל פרובירט צו זיין א העלד- זיין ווארט יעדעם געפעלט ווער ס'האט די מאה- האט די דעה ווען עס קומט צו געלט אן ארעמע געצעלט- א רייכע פנים שטעלט א יעדע שמויגער- פאר זיך טויג ער ווען עס קומט צו געלט אנשטאט זיך זארגן- טרעפט ווי צו בארגן ס'קומט צום באצאלן- כסף מנלן די טשעק'לעך קראכן- לויפט צו גמ"ח'ן נישט דא קיין ערב- ער זוכט א קרוב פון וואנעט- ווער באצאלט ביז דאנעט ווי גרויס די יאר איז- בין איך אויף צרות מיין פאון אפהאקען- און אראפקנאקן כ'קען נישט באצאלן- כסף מנלן אין שול מ'גייט נאך געלט אין גאס מ'רעדט פון געלט איך קום אין שטוב- וואס האט מען ליב מ'בעט שוין ווייטער געלט כבוד קומט מיט געלט- חכמה קומט מיט געלט מ'זאגט א הלצה- א שונא בצע באקומט מען היינט פאר געלט דאס הארץ צופליקט- דער שותף דריקט פון געלט עס ווערט אזא קאנפליקט פון יעדע צוועק ער לויפט אוועק ווי פון א שווערע לאגע די ביזנעס בליהט- ער ווערט נישט מיד ווי מער ער האט די קאפ אים פליט ווי עס שטייט מרבה נכסים איז אויך מרבה דאגה ארים רייד- שטארק און שוואך אלץ ארום די זעלבע זאך ווער עס האט פון דעם גענוג איז יעדער מיט אים נאנט קרובים היינט- מארגן פיינט איבערמארגן פרישע פריינט אויב פארדינט מען לירה, פראנק, שקל, דאללער, פונט דאס לעבן ווערט פארשנעלט נאר דאגות קומט פון געלט דעס לעבן קאסט- וויפיל דו האסט אלץ פעלט אויס נאך נאך געלט וואס האט מען פונם געלט- פון גשמיות מ'קוועלט ס'זעהט אויס גוט- מ'נעמט נישט מיט עס בלייבט גארנישט פון געלט זיך איבעררייסן – זיך איבערפלייסן פאר אלע מיני- נישט דווקא גרינע די יונגע יארן – די געלטער שפארן איז שוין אן אלטער- דאך געלט באהאלט ער פארביטערט- זיין האנט שוין ציטערט ער איז קוים ביים זינען- וועט געלט נישט רינען ביי אים וועט בלייבן- די טשעקלעך שרייבן אן אלט נערוועזן – ער קארגט אויף שפעזן אין שול מ'גייט נעך געלט אין גאס מ'רעדט פון געלט איך קום אין שטוב- וואס האט מען ליב מ'בעט שוין ווייטער געלט כבוד קומט מיט געלט- חכמה קומט מיט געלט ס'זעהט אויס גוט – מ'נעמט נישט מיט עס בלייבט גארנישט פון געלט אביסל כשר געלט- מיט מצות אויף דער וועלט דאס זעהט אויס גוט- דאס נעמט מען מיט עס בלייבט אויף יענע וועלט פאר יעדעם עס געפעלט ווען גוט'ס מען טוט מיט געלט איך פרעג ביי דיר- נו זאג'זשע מיר וואו קען מען שאפן אפאר דאלער? לאז שוין אפ די געלט!!!
Lyrics powered by www.musixmatch.com
Get up to 2 months free of Apple Music
instagramSharePathic_arrow_out