Lyrics

••• עטליך פיל מיליאנען טרערן פארגאסן האט מען שוין זייט די מיתה פון דעם תנא אונזער קרוין פון די הרוגי מלכות און דער צדיק ר' חנינא בן תרדיון עהם גענומען צו דעם פייער אויף זיין הארץ ארויפגעלייגט שטיקער וואל מיט וואסער איבעראל געווען און א ספר תורה באלד געבינדן אויף זיין הייליגן געשטאלט זיינע אויגן גאר באלאכטן ווי די פייערן געשיינט האט דער תנא נישט געציטערט נישט געוויינט פיל מיט שטאלץ האט ער אנערקענט אז די אותיות איז נישט פארברענט ווארט נאך ווארט פון ספר תורה פליט און שוועבט און די קדושה לעבט ••• זעהנדיג זיין רבי'נס פנים די קדושה שפירט ער גרויס פרעגט א תלמיד אים מיט מורא און געבעט לאז אונז וויסן זאג נאר אויס די מראה וואס דער הייליגע רבי זעהט זיינע אויגן גאר באלאכטן ווי די פייערן געשיינט האט דער תנא נישט געציטערט נישט געוויינט פיל מיט שטאלץ האט ער אנערקענט אז די אותיות איז נישט פארברענט ווארט נאך ווארט פון ספר תורה פליט און שוועבט און די קדושה לעבט עס געדויערט מינוטן בלויז זיין לעבן גייט באלד אויס און געשריגן הויעך ער האט השם אחד זיינע אויגן גאר באלאכטן ווי די פייערן געשיינט האט דער תנא נישט געציטערט נאר געפרייט אז זיין נשמה וועט עולה זיין אין גן עדן גלייך אריין ווארט נאך ווארט פון ספר תורה פליט און שוועבט און די קדושה לעבט •••
Lyrics powered by www.musixmatch.com
Get up to 2 months free of Apple Music
instagramSharePathic_arrow_out