Lyrics

קומט מיט מיר ליבער פריינד לאמיר קיין בארדיטשוב גיין די תורה ווי די זון דארט שיינט דורכגעווייקט מיט חסידות איז אויך יעדער שטיין איי די געסאלאך ווי ברעקעלאך מיט אידן פול אוי די נשמה ציהט פון יעדן איד צום הייליגן בארדיטשוב'ער שוהל דער שוסטער דער וועקער דער שניידער דער בעקער יעדער מיט זיינע כוונות מיט א שמייכל אויפן פנים י"א סממנים זאגט זיך ר' זאנוויל קרבנות ר' מענדל א מקווה'לע ר' הענדל א משנה'לע דער דיין ער טרינקט זיך א קאווע ר' איסר איז נזהר ער דאווענט נישט ביז ער גיט צדקה מיט התלהבות אין א ווינקל שטילערהייט דארט גרייט זיך ר' יהושע'לע צו מאכן די ברכה להניח תפילין מיט פרייד ער דרייט אויפן האנט די רצועה'לע און מאכט די ברכה מיט הייליגע געפילן ער לייגט שוין דעם של ראש אויפן קאפ אוי וויי. ווען פלוצלינג אויף דער ערד עס פאלט אראפ גיט ער א געשריי: מיינע תפילין מיינע תפילין אויף דער ערד איז נישט דיין ארט ער קען זיין געוויין נישט איינשטילן ער קען נישט רעדן קיין ווארט מיין קרוין מיין קרוין איך הייב דיר אויף שוין זאגט ער תפילינ'יו דו וועסט מער נישט פאלן דו וועסט מער נישט פאלן ניין איך זאג דיר צו דער הייליגער בארדיטשוב'ער דער מליץ יושר צום ארון הקודש שנעל מארשירט ס'האט זיך געמאכט א שעת הכושר דער איד מיט זיינע תחנונים האט אים שטארק גערירט מיט אלע כוחות כאפט ער אן דעם פרוכת און די הימלען אזוי ער שפאלט אוי טאטע אין הימל האב נישט קיין פאראיבל וואס איך מאך אזא געוואלד אוי געוואלד געוואלד מיר ווייסן דאך טאטע אז דו האסט אויכעט תפילין און דאס זענען דיינע אידישע קינדער'לאך אוי דערבארעמדיגער פאטער ווי קענסטו זיין שטיל? אוי... ווי קענסטו זיין שטיל? בשעת אז דיינע תפילין נעבעך כסדר פאלט דו האסט געזעהן ביי דעם איד ווי שטארק עס טוט אים וויי מיט הארץ עס גיסט זיך פון אים הייסע טרערן פון דיינע תפילין הער שוין אויך דעם געשריי אוי דיין בריליאנט זאל שוין דערהויבן ווערן דיינע תפילין זאל מער נישט זיין צו שפאס ווייל טאטע ס'איז גאר א שאלה פון היסח הדעת גערעכט! מיינע תפילין מיינע תפילין ווי טייער ביסטו ביי מיר באלד וועט דער גאנצע וועלט פילן דער קשר פון מיר צו דיר מיין קרוין מיין קרוין איך הייב דיר אויף שוין איך האב דיר ליב תפילינ'יו דו וועסט מער נישט פאלן דו וועסט מער נישט פאלן מיין קינד איך זאג דיר צו מיינע תפילין מיינע תפילין איי ווי טייער ביסטו ביי מיר באלד וועט דער גאנצער וועלט פילן דער קשר פון מיר צו דיר מיין קרוין מיין קרוין איך הייב דיר אויף שוין זאגט ער תפילינ'יו דו וועסט מער נישט פאלן מער נישט פאלן מיין קינד איך זאג דיר צו מיין קרוין מיין קרוין איך הייב דיר אויף שוין זאגט ער תפילינ'יו דו וועסט מער נישט פאלן מער נישט פאלן מיין קינד איך זאג דיר צו מיין קרוין מיין קרוין איך הייב דיר אויף שוין ת-פ-י-ל-נ-י-ו מיינע תפילין תפילניו
Lyrics powered by www.musixmatch.com
Get up to 2 months free of Apple Music
instagramSharePathic_arrow_out